ריאד – אנאנימע פערזענליכקייטן וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי א זיצונג צווישן דעם סאודי אראביע קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן און אנגלא-ציוניסטישע ארגאניזאציעס אין ניו יארק סיטי מיט א חודש צוריק, דערציילן יעצט אז בין סאלמאן האט זייער שארף אראפגעריסן די פאלעסטינער און ספעציפיש דעם פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס. לויט די אנאנימע קוועלער, האט דער סאודיער קרוין פרינץ געזאגט אז די פאלעסטינער זענען שולדיג וואס דערווייל איז נישטא קיין שלום אין מיטל מזרח, ווייל אין לויף פון די יארן האבן זיי אפגעווארפן פילע שלום פלענער און פארשלאגן וואס מען האט פאר זיי ארויסגעשטעלט. “די פאלעסטינער דארפן נעמען וואס מ’גיט זיי, אדער דארפן זיי זיך פארמאכן דאס מויל און אויפהערן זיך באקלאגן” – האט בין סאלמאן געזאגט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.