לאס אנדזשעלעס – די צוויי ווייערלעס אינדוסטריע ריזן, “טי-מאביל” און “ספרינט”, האבן נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן זיך צוזאמשטעלן און פארמירן איין גרויסע פירמע, וועלכע וועט ווערד זיין א געשאצטע 147 ביליאן דאלאר. ביידע פירמעס אינאיינעם וועלן טאקע קאנטראלירן דרייסיג פראצענט פון ווייערלעס קאסטומערס, אבער דאס איז נאך אלץ נישט קיין סאך, אין פארגלייך צו ווערייזאן וועלכע פארמאגט אזויפיל ווי 38 פראצענט פון ווייערלעס קאסטומערס, און עי-טי-ענד-טי וועלכע פארמאגט 33 פראצענט פון די קאסטומערס. עס איז נישט קלאר דערווייל וואס דער אימפאקט וועט זיין אויף קאסטומערס פון די צוויי צוזאמגעשטעלטע פירמעס, אבער ס’איז נאך אפילו נישט זיכער אז דער צוזאמשטעל וועט טאקע פאסירן, ווייל ס’דארף נאך באשטעטיגט ווערן דורך פעדעראלע אגענטורן. מ’האט שוין געזען אין יאר 11′, אז “עי-טי-ענד-טי” האט צוריקגעצויגן פון א פלאן אפצוקויפן טי-מאביל, ווען ס’איז זיי קלאר געווארן אז פעדעראלע באאמטע וועלן נישט באשטעטיגן דעם אפקויף.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
אייקיע וועט עפענען 30 נייע געשעפטן אין די קומענדיגע...
וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000
צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט
קויפט א קאנדא און קריגט א יאכט
וואל סטריט וואקלט זיך שטארק
ביזנעסער בלאקירן גאן אינדוסטריע
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.