פריים מיניסטאר ביבי נתניהו האט געקענסלט א וויזיט אין כנסת מאנטאג נאכט און האט אנשטאט אדרעסירט דעם פאלק איבער די לעצטיגע נייעס, איבער באריכטן אז מדינת ישראל האט באמבאדירט פילע צילן אין סעריע, וואס האט אין רעזולטאַט אומגעברענגט עטליכע זעלנער. פרעמיער מיניסטאר ביבי נתניהו האט גערעדט אין ענגליש און איז געדעקט געווארן אויף פילע טעלעוויזיע נעצן איבער די וועלט.
נתניהו האט אויפגעדעקט אין זיין רעדע אז מדינת ישראל געהיימע מוסד אגענטן האבן באקומען צוטריט צו אזויפיל װי 100,000 געהיימע דאקומענטן פון איראן, וואס דערין איז אויפגעדעקט געווארן אז איראן האט ליגענט געזאגט און האט געהאט אין באזיץ א נוקלעארע פראגראם, אינדערצייט וואס זי האט אפגעשריבן א דיעל מיט די וועלט’ס מאכטן אין 2015 אז זי האט נישט קיין נוקלעארע פראגראם אין באזיץ. נתניהו האט דאס אנגערופן א “געלונגענע דערגרייכונג”.
נתניהו האט געזאגט אז מדינת ישראל האט נארוואס באקומען 55,000 דאקומענטן און 183 סידי’ס וואס טראגט אין זיך גענוג און נאך אינפארמאציע אז איראן האט א נוקלעארע פראגראם. די פראדוקציע וועט גערופן מיטן קאוד נאמען “פראזשעקט אמאד”.
נתניהו האט זיך אויסגעדרוקט אז די מאטריאל און באווייזן וואס איז ערפינדן געווארן ווייזט אז מען קען נישט טראסטן איראן אין די צייט וואס זי שטעלט אן א פנים כאילו זי ארבעט מיט, אבער אינ’מת’ן זאגט זי ליגענט, וואס דאס האט עווענטועל געמאכט אז טראמפ זאל ווילן צוריקציען פון דעם דיעל דעם קומענדיגן מאנאט.
נתניהו האט געקעמפט אז די דיעל מיט איראן זאל נישט צושטאנד קומען זייט מען האט דאס אונטערגעשריבן אין די צייט וואס אבאמא איז געזעצן אויפן בענקל. נתניהו האט דעמאלטס גע’טענה’ט אז דער דיעל וועט קיין סאך נישט העלפן צו שיצן אז איראן זאל נישט האבן אין באזיץ נוקלעארע וואפן.
נתניהו האט געטראפן א פריינט וואס שטייט מיט מיט אים און האלט די זעלבע אז דער דיעל איז געווען א שלעכטער, וואס דאס איז נישט קיין אנדערער ווי פרעזידענט דאנעלד טראמפ, וועלכע וויל זיך ארויסציען פון דעם דיעל אין דעם קומענדיגן מאי 12. פרעזידענט טראמפ האט אין די זעלבע צייט באקומען דרוק פון אייראפעאישע לענדער, ער זאל זיך נישט ארויסציען פונעם דיעל מיט איראן אין מאי 12.
נתניהו האט אפגעשפעט פון איראן אז זיי האבן נישט קיין נוקלעארע וואפן דורך ווידעא און רעקארדירונגען וואס זענען געוויזן געווארן פאר די פארזאמלטע היינט נאכט.
“מיר קענען יעצט באשטעטיגן אז איראן באשעפטיגט זיך און פירט דורך טעסטן, צו בויען א נוקלעארע ארסענאל, עס באשטעטיגט אויך אז איראן גרייט זיך צו נוצן די מאטריאל פון “פראזשעקט אמאד” אויף א נוקלעארע באמבע, האט זיך נתניהו אויסגעדרוקט.
איראנ’ס אויסערן מיניסטער דזשעוועד זאריף האט באצייכענט פרעמיער מיניסטאר ביבי נתניהו אין א טוויט מאנטאג אינדערפרי אלס “דער קינד וואס קען נישט אויפהערן שרייען וואלף” אין ליכט וואס איזרעלישע באאמטע האבן אדרעסירט די נייעס אז איראן פארמאגט א נוקלעארע ארסענאל.
פריער אין טאג האט פרעמיער מיניסטאר ביבי נתניהו צוזאמגענומען זיין סעקיוריטי קאבינעט, אין ליכט פון די נעכטיגע אטאקע אויף סיריע וואס לויט באריכטן האט מדינות ישראל דורכגעפירט די אטאקע.
אין די זעלבע צייט האט סעקרעטערי אוו איראנ’ס קאנסיל, “מאסאן ריזאן’ געווארנט אז איראן וועט נקמה נעמען און פארניכטן תל אביב אויף טויט. אויך האט ריזאן געזאגט אויף אן אינטערוויו אז “מדינת ישראל און די פאראייניגטע שטאטן קענען נישט איראן און ווייסן נאכנישט מיט וועם זיי האנדלען”…
thank you