אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פרישע באמבארדירונג אויף סיריע

דמשק – זונטאג פארטאגס זענען עטליכע מיליטערישע באזעס און איינריכטונגען אין סיריע באמבארדירט געווארן, און די סירישע רעגירונג האט געזאגט אז די באמבארדירונגען זענען געקומען פון א “פיינטליכן מיליטער”. די באמבארדירונגען האבן געצילט מיליטערישע באזעס אין די שטעט האמא און אלעפא, און די בריטישע “יומען רייטס אבזערוועטארי” האט געזאגט אז 26 זענען אומגעקומען – א מערהייט פון זיי איראנער בירגער. די פארדאכטן איבער דער באמבארדירונג זענען באלד געפאלן אויף מדינת ישראל, וויבאלד די געצילטע באמבארדירטע פלעצער זענען געווען טרענירונג לאגערן פאר איראנער קעמפער, אבער דערווייל איז גארנישט באשטעטיגט געווארן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.