דזשארדזשיע – “וואס האבן זיי געטראכט?”, איז זיכער די פראגע וואס ווערט געפרעגט דורך אלע מאטאריסטן וועלכע פארן אריבער א גאר נידריגן בריקל וואס אויטאריטעטן האבן לעצטנס איבערגעבויעט אין סמירנא, דזשארדזשיע. דאס איבערבויען די בריק, איז געווען טייל פון א סימבאלישער פראיעקט צו פרעזערווירן די היסטאריע פונעם אמעריקאנער בירגער קריג אין דער סטעיט, וואס אין יענע יארן האט עס עקזיסטירט אלס א קליינע האלצערנע בריק און איז פארברענט געווארן אלס רעזולטאט פון איינע פון די שלאכטן. למעשה איז די בריק נישט מער ווי 7 פיס הויך, ווייל מ’האט געוואלט נאכמאכן אויטענטיש די אלטע בריק, און דאס האט שוין געפירט צו פינף אינצידענטן וואו הויכע טראקס און ווענס האבן אריינגעקראכט אינעם דאך פון דער בריק. די לאקאלע אויטאריטעטן זאגן אז זיי ארבעטן מיט דזשי-פי-עס פירמעס צו זען, צי מען קען צושטעלן אז ווען עמיצער וועלט זיך אויס דעם וועג, זאל אים ארויפקומען א ווארענונג אז ס’איז דא א נידריגע בריק אויפן וועג.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.