וואשינגטאן – וועלט’ס לענדער זענען אין אנגסט, נאכדעם וואס עס זעט אלס מער אויס, אז ס’וועט אויסברעכן א דירעקטע מלחמה צווישן מדינת ישראל און איראן, נאכדעם וואס מדינת ישראל האט באמבארדירט איראנער מיליטערישע צילן אין סיריע, און איראן האט געסטראשעט מיט נקמה.
דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, ביבי נתניהו, האט געלייקנט אז עס גייט אט אויסברעכן א מלחמה, זאגנדיג אז מדינת ישראל זוכט נישט אזא קריג, אבער “ען-בי-סי” באריכטעט פון הויכראנגיקע קוועלער אינערהאלב דער אמעריקאנער רעגירונג, אז פון מדינת ישראל’ס שריט אין די לעצטע פאר טעג, זעט מען קלאר ווי זיי גרייטן זיך אויף א מלחמה מיט איראן.
אין דער אראבישער מידיא איז באריכטעט געווארן, אז איראן האלט זיך דערווייל צוריק פון אטאקירן און ענטפערן אויף מדינת ישראל’ס אטאקע אויף אירע באזעס אין סיריע, ווייל זי ווארט אויף ביז נאך קומענדיגן זונטאג, וויבאלד דאן וועלן פארקומען פארלאמענט וואלן אין לבנון, וואו כיזבאלא קאנדידאטן לויפן אויך, און סיריע און איראן ווילן ערשט אז די וואלן זאלן פאריבערגיין, און דערנאך וועלן זיי זיך נעמען צו מדינת ישראל, ה”י.