אידישע נייעס

אבלאווע אויף מוסדות התורה אין מאנטרעאל, דורך די פאליציי און יוטא אגענטור

נאך לאנגע שטונדן זענען די קינדער פון וויזניצע תלמוד תורה “מאור חיים”, ערלויבט געווארן צו פארלאזן זייער חדר-געביידע, נאך א שטורעמישע איבערפאל פון צענדליגער פאליציי אפיצירן, “יוט-פראטעקשן אגענטור, און גאווערמענט באאמטע.

די אבלאווע האט זיך אנגעהויבן ארום 9:00 אזייגער ווען די קינדער האבן אנגעהויבן זייער טאג; די פאליציי האבן אריינשפאצירט אין די געביידע מיט “איבערגעטריבענע כוחות”, באלאגערנדיג גאנצע שטרעקעס ארום די בנין, ווי כאילו עס זאל זיך רעדן פון א טעראר אטאקע.

די נייעס איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן, און פארשידענע מידיא קאנאלן, טיווי רעפארטער, און אידישע דזשורנאליסטן האבן זיך פארזאמלט צו דעקן די אויסערגעווענליכע נייעס.

אויף די גאס האט געהערשט א צעמישעניש, עסקנים און פארטרעטער פון די מוסד האבן זיך געספראוועט מיט דעם אנפאל, באקומענדיג א באפעל אז קיינער קען נישט “ארויס”, אדער “אריין” אין די גאנצע בנין.

תלמידים פון די “סקווירא ישיבה קטנה” וועלכע זענען אנגעקומען צו די ישיבה -וועלכע איז אויך סטאנציאנירט אין די זעלבע בנין- זענען נישט ערלויבט געווארן צו מאכן זייער וועג אריין אין ישיבה, און זענען געשטאנען אינדרויסן פון די געביידע.

“די אורזאך פארוואס זיי זענען געקומען איז מיסטריעז” האט געזאגט דער ווארטזאגער פון די חדר צו “אידישער ווינקל”, …מיר זענען שוין אין געשפרעכן מיט זיי פאר עטליכע מאנאטן, און מיר האבן געדארפט צושטעלן געוויסע אינפארמאציע ביז צו א געוויסע צייט, אונזער צייט איז נאכנישט ערשינען, און עס איז ערשינען עפעס אנדערש, נעמליך א ווילדע איבערפאל, דערשרעקנדיג אלע קינדער און עלטערן אויף א פארנעם וואס איז נישט ערלויבט, נישט די סטאנדארט, און פארקערט פון מענטשליך.

די טעלעוויזיע און נייעס אגענטורן אויפן סצענע

די רעפארטערס אינדרויסן האבן פרובירט נאכיאגן פארשידענע צוקוקער און פארבייגייער, זיי האבן ספעציעל געדרוקט אויף די פראגעס “וואס די סקול איז”, “וואס די נאמען פון די סקול איז” און צו “די עלטערן זענען צופרידן פון די סקול”.

די דזשורנאליסטן אויפן סצענע האבן ארויסגעטוויעט אויף ‘טוויטער’ פעלערהאפטיגע באריכטן, אנגעפולט מיט טעותים, און מיסאינפארמאציע, פרובירנדיג צייגן אז זיי זענען אויפן פראנט, נישט האבנדיג די מינסדענסטע אנונג וואס דא גייט פאר.

טייל האבן באריכטעט אז די בנין איז אומלעגאל, וועלכע איז א פאבריקאציע, און די גאנצע וואס זיי האבן געוואלט איז איבער די טעמעס וואס מען לערנט מיט די קינדער.

לויערס פון די חדר זענען געווען אנוועזנד און כסדר צוגעהאלפן מיט לעגאלע ראט, וואס מען דארף יא און וואס נישט טון.

די קינדער זענען געווען אין טומל, און האבן זיך ארומגעדרייט צווישן די פאליציי, א אנוועזנדער מידיא עקספערט וואס איז אריינגעלאזט געווארן אין די בנין האט פארדאמט די איבערפאל זאגנדיג “אויב זענען זיי געקומען פאר די טובה פון די קינדער, האבן זיי נישט אויסגעפירט זייער ציל”, שארף צילנדיג די ווילדע באציאונג, עפעס וואס מען איז נישט געוואוינט צן האבן.

די מידיא האט אנערקענט אז דאס איז עפעס אויסערגעווענליך, און האבן געפרעגט פון פארבייגייער צו זיי האלטן נישט אז “די פאליציי האט געהאנדלט מיט ‘איבערגעטריבנקייט’.

נאכמיטאג האבן די בחורים פון ישיבה פארלאזט די בנין, און זיך איינקווארטירט ערגעץ אנדערש, די מידיא האט זיך דערצו צוגעכאפט ווי א געבראטנס, בליצנדיג מיט גרויס אינטערעסע פון יעדע מאנעוורע וואס א בחור האט נאר געקענט דורכפירן.

שפעטער ווען די פאליציי האבן אנגעהויבן נאכלאזן, שטייענדיג שוין עטליכע שעה אריין אין זייער אפעראציע, האבן זיך די קינדער אריענטירט, די מנהל האט פאר זיי אויפגעטראטן, און געזאגט וואס עס גייט פאר, דאן פארלאזנדיג די בנין אויפן וועג צו א שיינע פארק, זיי צו געבן צייט צו קומען צו זיך, און זיך אויסלופטערן.

פאליציי אויפן סצענע

איינוואוינער האבן געקוקט מיט וואונדער אויף די סצענע, און איין נישט אידישער שכנ’טע האט רעאגירט מיט אויפברויז, זאגנדיג צו פארזאמלטע אז די שכנים האבן סך מער הנאה פון דעם אז אויף דעם פלאץ געפונט זיך א אידישער סקול ווי בעפאר וואס עס פלעגן דארט זיין טרונק-הייזער און מוזיק אין רוב שעות רונדע דעם זייגער.

ביים פארענדיגן דעם אבלאווע האט דער ווארטזאגער פאר די חדר איבערגעגעבן זיין סטעיטמענט צו די מידיא, זאגנדיג אז “די חדר איז אין געשפרעכן מיט די חינוך-אגענטור, מען האפט אלעס אויסצוגראדענען, אויך פארדאמענדיג די אבלאווע, זאגנדיג אז עס איז א זאך וואס האט נישט געטארט פאסירן.

בילדער און ווידעא דעקונג דורך: שמילי פערל, אונזער קארעספעדאנט אופן סצענע.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.