אין די מאמענטן האט די וועלט באלאנגט צו מיר, איך האב זיך צוגעהערט צו די שארפע קנאקערייען פון מיין נייע גלאנציגע שיך, איך האב זיך געשפירט ווי דער פרינץ פון שטאט, מיט א איבערפרישונג פון קליידער מכף רגל ועד ראש, אויסשטאפירט הערליך לכבוד די גרויסארטיגע חתונה אויף וואס מיר קוקן שוין אזוי לאנג ארויס דערויף.
די קילע ווינטל אויפן גאס האט צעבלאזן די גערוכן פון אלע געווירצן און שאמפוען גענוצט זיך צו רייניגן קורץ בעפאר, און געשאקלט מילד מיינע נאסע שיין געקרייזלטע פיאות.
די קינדער אויסגעצירט און אויסשטאפירט לכבוד די שמחה זענען שוין אריין אין אויטא און איך האב נאך איינמאל אפגעוואשן מיין הערליכע נייע ברילן יעצט ארויס פון באקס און דאן געלאזט מיינע טריט צום קאר גרייט צו פארן אנטיילנעמען אינעם שמחה.
איך שטיי שוין אט ביים טיר פון זאל איך לאז אין גאנג א קורצע פראיעקט פון אפשנעלקען די ווייסע שטויבעלעך פון מיין נייע בעקיטשע איך באטראכט מיט פארגעניגן די הערליכע דעזיין וועלכע ווארפן פראכט, און דא צום לעצטן מאל האב איך גענומען די שטריימל אין האנט שטוינענדיג פון איר מוסטערהאפטיגע פרעכטיגקייט, אפבלאזנדיג די שטויבעלעך, א קליינע פארעכט דא, א בלאז דארט, והנה, היידא! אלעס קלאפט, איך עפן די טיר פון זאל און מיט די קאפ געבויגן אויף ארויף מארשיר איך אריין אין זאל ווערנדיג אויפגענימען דורך א ציכטיגע זאל מיט שמעקעדיגע פריש געוואשענע ערד און כלים.
מאאזזזעלל טוווב הערט זיך די אויסרוף פון די ערשטע שוואגער ווערנדיג נאכגעפאלגט דורך אנדערע קרובים און קוזינעס, יעדער איז לוסטיג, די חתן איז פארנומען רייבן די נאז מיט די אומבאקוועמע זאל טאשנטיכלעך צו די אומהיימליכע קלאגליד פון א היימישע וואנעבי גראמער וואס זינגט אפף טאן.
די חתונה צייגט רייכטום און דערהויבנקייט, די פארשידענע מוזיקאנטן שטעלן זיך אוועק אויף זייערע פאזיציעס גרייט מאכנדיג זייערע כלים, יעדע מינוט שפאצירט אריין נאך א פעטער אדער קרוב אויסגערוהט און ענטוזיאסטיש גרייט אנצוהויבן דעם גאר גרויסן נאכט.
איך הייב אהן קומען צו זיך, איך נעם א פלאץ און וויל טראכטן פון זיך אוועקזעצן, ווען דאן אט דא איז די בראך אנגעקומען, א ווילדע נשמה, מיט געוויכט ווי א מאנסטער, געוויס א קרוב צום אנדערן צד, א בחור, וואס טראגט מיט זיך א פעשליך פעקל, שפאצירט מיר דורך לויפנדיג אויף א אומאפשטעלבארע שנעלקייט ווי ער זאל דארפן יעצט ראטעווען א עולם מלא, און מיט א געלונגענע אויסגערעכנטקייט האט זיין זייטיגע בעקיטשע שינדער אראפגעגאלט מיין קנעפל איר אריינשיקנדיג גראד אריין אין טעלער הערינג אויף וואס די אלטע פעטער, אן אלמן, איז געזעצן מיט גרויס אפעטיט.
איך בין געווען אין שאק, נאכנישט אקאמאדירנדיג דעם פאקט אז מיין נייע בעקיטשע איז דראמאטיש פאר’יתום’ט געווארן פון איר קנעפל.
איך האב זיך אויפגעהויבן פון פלאץ אהיימגעלאפן און ארויפגעווארפן אויפן קערפער מיין אנדערע בעקיטשע וואס איך האב שוין אביסל אויסגעוואקסן מאכנדיג דעם שנעלן חשבון אז מיט א בעקיטשע אהן א קנעפל קען איך נישט זיצן.
אויפן וועג צום זאל האב איך איבערגעטראכט דעם מאדנע געשעעניש וואס האט נארוואס געשטעלט אין פלאץ מיין פריערדיגע עקסייטמענט און איר אראפגעטראגן א שטאפל.
איך בין אנגעקומען צום חופה, די חתן איז נישט געווען דאהי וויינענדיג פאר זיסע צייטן, די סעודה איז געווען גאר ברייט און צוגעשטעלט, די מחותן האט באשטעלט שטיקער רינדער און טייערע משקאות אזוי אז די עולם האט זיך געווישט די פעט וואס האט זיך אראפגעגליטשט פון די מיילער.
די בענד זעצט, די זינגער האקט, די ציבור באקומט אונטערהאלטונג, מיטאמאל באקומט דער שפילער די סיגנאל אנצוהויבן עוד ישמע. אן שטראם לויפט אריבער אין די לופט, די חתן ווערט אריינגעפירט אויפן בענקל ווארפנדיג באלאנס און קענדי’ס.
דא האט עס נאכאמאל פאסירט!
איינער פון די אנוועזנדע מיט א רבנישע בעקיטשע און מאסיווע קנעפל אפשינדער (די צוויי זייטיגע האלטער’ס וואס טראגן דעם גארטל) האט ווידעראמאל מאנעוורירט זיין שינדער, אטאקירט מיין פאזיציע און אפגע’שחט’ן מיין קנעפל פון איר מקום, איר אריינשיקנדיג אויף א טענצל צווישן די לעבעדיגע געטענץ…
אנע גוזמאות, איך האב שיעור נישט צושפאצירט צו דעם איד און אראפגעריסן אלע זיינע קנעפלעך… איך האב נישט געוואוסט וואס דא גייט פאר און איך האב אנגעהויבן שפאקולירן צו די שינדערס וואס קומען ארויפגעקלעבט אויף די אלע בעקיטשעס זענען נישט צוגעלייגט ספעציעל אויף צו פארמערן ביזנעס, מען ברויך זעהן וואס מען קען טוהן אפשר קענען מיר אויפקומען מיט עפעס וויסנשאפטליך.
איך זיץ דא יעצט און באטראכט וויאזוי מען נייעט צו מיין הויפן קנעפלעך.
און אז איך האב שוין די שופר אין האנט… מזל טוב חתן