אין די לעצטע שטיק צייט קומט פאר אן עפידעמיע אין לאנדאן, ווען גנבים פארן ארום מיט מאטאר-בייקס (ביציקלעך) און בא’גנב’ענען מענטשן פון זייער סעלפאונס.
די פאליציי האבן שוין געעפנט אסאך געיעגן נאך די טאשן-שניידער אבער די גנבים געוואונען די פאליציי.
לעצטע וואך איז די מצב ארויס פון קאנטראל נאכדעם וואס גנבים האבן אנגעהויבן באשפריצן מענטשן מיט עסיד (א מין זייער שעדליכע מאטריאל, וואס עסט אויף און פארברענט די הויט וכדו׳)
פאליציי האבן ארויס געלייגט שילדן צו ווארענען מענטשן צו זיין אויפמערקזאם נישט זיך צו פארטוהן אויף זייערע פאונס בשעת׳ן גיין, כדי מען זאל זען וואס עס טוט זיך ארום.
מיט עטליכע טאג צוריק האט פאסירט אז א הצלה מעמבער איז געלאפן אויף א רוף, און פארנדיג אויפן “סטעמפארד הילל גאס” מיט זיין אייגענע קאר, זענען דריי מאטאר בייקס דורכגעפארן די גאס האלטנדיג נאכן דורכפירן א סעלפאן גניבה, און ווי עס גייט די ווערטל ״אויפן גנב’ס קאפ ברענט דאס היטל״ האבן זיי געמיינט אז מען לויפט זיי נאך. איינער איז שנעל אראפ געטאנצן פונעם מאטאר בייק און אנגעהויבן צו אנטלויפן צופוס ביז זיין חבר האט אים שנעל ארויף געלאזט אויף זיין מאטאר בייק, און זענען אנטלאפן. גיבט אכטונג אויף אייערע חפצים.