סטודענטן אין די קאלגערט יוניווערסיטי זענען געווארן פארארדנט צו אריינלויפן אין א אונטערערדישער בונקער, און
זיין דארט איינגעשפארט פאר עטליכע שטונדן, איינגעהילט אין שרעק, נאכדעם וואס עס זענען אריינגעקומען רופן צו די פאליציי אז עס דרייט זיך ארום אין די געביידע, א פארדעכטיגטער מאן מיט א גאן.
עס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו זיין א גלו-גאן, ווערנדיג גענוצט דורך א סטודענט, צו צוזאמקלעבן אביעקטן, דאס נוצנדיג פאר א ארט פראיעקט.
די פאליציי איז געווארן גערופן צו די סצענע, און זיי האבן געשטורעמט די געביידע מיט מאסיווע כוחות, עס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו זיין גארנישט, און מען האט אראפגענומען די לאק-דאון פון די געביידע.