איך בין נארוואס פארבייגעגאנגען א געשעפט וועמען די העלט-דעפארטמענט האט געגעבן א “B”, דאס מיינט אז זיין באר איז נישט גענוג זויבער. די געזעץ לויטעט אז מ’מוז דאס לייגן אויף די פענסטער פונעם געשעפט. די מטרה איז אז קאסטומערס זאלן וויסן. דער חכם האט אויסגעשפילט די סיסטעם און צוגעלייגט די רעשט אותיות מ’זאל נישט באמערקן אז דאס איז א שוואכע צייכן. עס זעט גאר אויס ווי די שילד פון זיין געשעפט…

אט א בילד פונעם קריעטיוון שטיק, וואס דער געשעפטמאן האט אהערגעשטעלט אויף זיין געשעפט, פארווישנדיג דעם B, מיט צולייגן א ווארט…