ארטיקלען און געדאנקען

דער אידל ביים מיסטקאסטן

שטייט ער דארט פארלוירן. זיין הארץ קלאפט אויף א שנעלע ריטם, ער וואלט קיינמאל נישט פאראויסגעזען אדער געקענט דמיונ’ען צו שטיין אין אזא די שטאפל, עס טוט אים וויי די הארץ אויף וואס ער גייט יעצט טון, ער קוקט נאכאמאל רעכטס, ווידעראמאל לינקס, און אבזערווירט יעדע ווינקל אויב עפעס רוקט זיך, און דאן ווען ער שפירט אז קיינער זעט אים נישט, שפאצירט ער נאענטער צו די הויפן מיסט.
ער וויקלט אויף דעם קניפ, ער רייסט אויף די שטריק, ער טרעפט זיך מיט וואס ער זוכט, ער ווארט שוין אויף די מאמענטן דעם גאנצן טאג, ער הייבט אן נישטערן, פון זיין שטערן רינט שווייס, ער גרובלט אין מיסט, ער מוז דאס נעבעך טון יעצט, אוי ווי הונגעריג ער איז, עס ציטערט אים יעדע גליד.

פון זעקל צו זעקל. עס איז נישט גרינג, אפטמאל שפאצירט עמיצער פארביי, יעדע שטיק צייט הערט ער די גערויש פון א אויטא וואס פארט דורך, עס איז אים קאלאמוטנע אויפן געוויסן, ער טוט זיך שנעל באהאלטן הינטער א גרויסע מאטראץ וועלכע שלעפט זיך צוזאם מיט פליגן צוליב די מאס שימל וואס זאמלט זיך דערויף, שוין זינט די אייגנטומער דערפון האט דאס ארויסגעווארפן אין זיין חצר.

עס איז אומאנגענעם, זוכן אין מיסט איז עפעס וואס קיינער זוכט נישט און וויל נישט, ליידער זענען דא מאנכע וואס מוזן, און מיט די צייט ווערט דאס זיי א געוואוינהייט.

צווישן אויסגעגאסענע מילך, שמוציגע טישוס, קלעביגע זאפט וואס גליטשט זיך ווי אויל אין אלע ריכטונגען, און צוזאמגעמישטע עסן וואס אינאיינעם פארמירן זיי א גערוך, וואס טוט איבלען ווי דער גיהנם זעלבסט. שטייט אונזער אידל ביי די מיסט הויפן, מיט איין האנט מאנעוורירט ער 2 פינגערס וואס זאלן אים די נאז פארשטאפן און נישט אריינלאזן דעם אומהיימליכן ריח אין די נאז גרעניצן. און מיטן צווייטן נישטערט ער צו טרעפן וואס ער זוכט.

דא און דארט דערשרעקט ער זיך ווען א קעצל קומט אנטיילנעמען אין די זוכעריי. עפעס וואס ברענגט אים קאשמארן, און ברענגט אים נישט צו עפעס זייטיגע פארגעניגן. ער שיינט מיט זיין פלעשלייט צו פארטרייבן די בעלי חיה, און זעצט פאר מיט זיינע זוכערייען.

לאמיר אים לאזן א מינוטקעלע ביי די מיסט. איך וואלט יעצט געוואלט אריינקריכן אין די מוחות פון מענטשן וואס טוען ליינען דעם געשיכטע, אין זייער קאלירפולע פאנטאזיע, זעען זיי א אפגעשליסענער בעל חוב, וועלכע דרייט זיך אין די שטילע נאכט שעות, צו זעטיגן זיין הונגעריגער זעל.

איך בין זיכער אז טייל פון די ליינער באקומען אפילו רחמנות געפילן, און ווען זיי שטייען ווען נעבן דעם עני, וואלטן זיי אים אראפגעגעבן פון די אייגענע געלט, אים אביסל אויפצורעכטן, און פרובירט העלפן אז ער זאל נישט דארפן עסן פון די מיסט.

אט די געשיכטע אבער, איז יעצט אין די הענט פון די שרייבער פון די שורות, איך האב יעצט די מעגליכקייט וויאזוי דאס צו שפינען, און וויאזוי דאס צו ענדיגן.

לאמיר צוריקגיין צו אונזער סצענע, אונזער אידל איז פארנומען זוכן. ווען צו די שיין פון זיין פלעשלייט שיינט מיטאמאל עפעס צוריק, ער קוקט אהין, ער באטראכט דאס גוט, ער גיבט א לאז ארויס א אטעם וואס צייגט אז ער איז אויפגעלאכטן, ער בייגט זיך אראפ, אכט געבנדיג אויף זיין טייערע רעקל, עס זאל נישט קומען אין בארירונג מיט די מיסט, ער נעמט דעם געפונס, גיבט דאס א פוץ אפ פון די מיסט וואס האט זיך דערויף אנגעקלעבט, ער לייגט דאס אריין אין זיין טאש, און פארט פון דארט אוועק.

די געשיכטע איז געקומען צו א גוטע ענדע, אונזער אינגערמאן, א שיינע נגיד וואס טוט זיך באשעפטיגן מיט דיאמאנטן, האט אין א אויסטערלישער טעות פארזען אז א טייער שטיינדל זאל אנקומען אין מיסט, ער האט מיט גרויס דרוק געווארט ביז עס ווערט נאכט, און דאן שטילערהייט אויפגעזוכט זיין אוצר, דאס געפונען, און מיטגענומען א לעקציע ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן…

נע. ער דארף נישט קיינעמס נדבה, עס איז נאר וויאזוי איר ליינט די געשיכטע.

עס איז נישט קיין וויץ, היינטצוטאגס ווען יעדער פארמאגט א פעדער אין האנט, ווען די געזעלשאפט פונקציאנירט אויף סאציאלע פלאטפארמעס, ווען יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער, קענען מיר ליינען געשיכטעס וואס ווערן באשריבן, און מיר ווערן איבערגענומען מיט געפילן.

וואס מיר ווייסן נישט אבער, איז דאס אז זענען אלעמאל פארהאן צוויי שורות וואס קענען מעגליך טוישן די געשיכטע, עס ווענדט זיך אלעמאל וויפיל הארץ מען שענקט פאר א צווייטן, וויפיל געפיל מען האט נישט צו פארשעמען א צווייטע מענטש, און אזוי ווייטער.

דער ארטיקל דינט ווי א דערמאנונג צו מיר זעלבסט, דער שרייבער פון די שורות, און אדרבה, זאלן אנדערע אויך געדענקען און טראכטן דערפון, אז אונטער יעדע געשיכטע, זענען פאראן באהאלטענע שורות וואס טוישן דעם בילד.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.