טריפאלי – א גרופע טעראריסטן, אריינגערעכנט זעלבסטמערדער, האבן אריינגעשטורעמט אין די הויפטקווארטירן פון דער ליביער רעגירונג’ס וואל קאמיסיע אין דער שטאט טריפאלי, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס עלף מענטשן. די אטאקע אויף דער וואל קאמיסיע געביידע, קומט אין א צייט וואס די יו-ען פרובירט צו ארגאניזירן נאציאנאלע וואלן איבער’ן לאנד, מיט’ן ציל צו פאראייניגן די פארשידענע פראקציעס און רעגירונגען וועלכע הערשן אויף אנדערע טיילן ליביע, און די אטאקע זעט אויס געצילט אנצוהאלטן דעם כאאס און צו שטערן די וואלן. ביי דער אטאקע האבן די טעראריסטן צום ערשט געשטורעמט די געביידע, דערנאך האבן זיך עטליכע פון זיי אויפגעריסן, אונטערצינדנדיג די געביידע אין פלאמען. דאן האט די פאליציי און מיליטער שווער געקעמפט אין א שיסעריי אויסטויש מיט די טעראריסטן, ביז ס’איז זיי געלונגען צוריקצובאקומען קאנטראל פון דער געביידע. קיינער האט נישט דערווייל גענומען פאראנווארטליכקייט פאר דער אטאקע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.