לאקאל און נאציאנאל

מיליטערישע קארגא פליגער קראך

דזשארדזשיע – א נעשאנעל גארד מיליטערישע קארגא פליגער, וועלכע איז געווען אויף א טרענירונג מיסיע, האט אראפגעקראכט נעכטן נאכמיטאג אויף א פארנומענע שאסיי נעבן א לופטפעלד אין דזשארדזשיע. דער אינצידענט האט פאסירט נעבן דעם סאוואנא הילטאן לופטפעלד אין סאוואנא, דזשארדזשיע, וואו דער פליגער איז געקומען צו פליען נאך א מיסיע אין פארטא ריקא, און עס האט אראפגעקראכט ביי אן אינטערסעקשאן אויף שאסיי 21. אלע פינף נעשאנעל גארד מיטגלידער, פארטא ריקא איינוואוינער, זענען אומגעקומען, אבער קיינער אויף דער ערד איז נישט באטראפן געווארן פונעם פליגער, טראץ וואס ס’איז אראפגעפאלן אויף אזא פארנומענע שאסיי, וואס לאקאלע באאמטע האבן דאס באצייכנט אלס א “נס”. דאס מיליטער האט געעפנט אן אויספארשונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.