לאקאל און נאציאנאל

וואולקאן דעסטרוקציע שטייגט שטארק

האוואאי – די דעסטרוקציע וואס דער מאסיווער קילאוא וואולקאן ברענגט אויף האוואאי, איז נעכטן פילפאכיג געשטיגן, ווען מ’האט געהערט אז נאענט צו פערציג הייזער זענען שוין חרוב געווארן אלס רעזולטאט פון די לאווא און אש וואס פארשפרייט זיך ארום און ארום. די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז עס האבן זיך פארמירט ארום דעם וואולקאן גאנצע טייכן פון לאווא, וואס די טייכן שפריצן אש און הייסע לאווא אזוי הויך ווי דריי הונדערט פיס אין דער לופטן – און טראץ וואס די זיבעצן הונדערט עוואקואירטע איינוואוינער אויף “ביג איילענד” זענען נעכטן ערלויבט געווארן צוריק אהיימצוקומען, האבן די באאמטע געווארנט אז זיי זאלן שטיין אויף דער וואך און זיין גרייט צו עוואקואירן. אויסער’ן געפאר פון פייער, טוט די לאווא פארשפרייטן שעדליכע “סאלפור דיאקסייד” גאז, וואס קען זיין טויטליך.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.