וואשינגטאן – די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן זיך ארויסגעצויגן פונעם נוקלעארן דיעל מיט איראן, וועלכע איז געשלאסן געווארן דורך דער אבאמא אדמיניסטראציע אין יאר 15′, און פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א פארארדענונג, זאפארט ארויפצושטעלן פרישע שווערע סאנקציעס אויף דעם איראנער רעזשים.
זיין באשלוס, זיך ארויסצוציען פונעם דיעל, האט טראמפ געמאלדן ביי א ספעציעלער רעדע אין ווייסן הויז, וואו ער האט ערווענט אז דער דיעל פון יאר 15′ איז דורכגעפאלן צו אדרעסירן פארשידענע זארגן איבער איראן, הויפטזעכטליך איר אנטוויקלונג פון באליסטישע מיסילס, און דער פאקט אז זי שטיצט גלאבאלע טעראר.
ביי זיין מעלדונג, האט טראמפ אויך ערווענט אז מדינת ישראל האט פאריגע וואך ארויסגעשטעלט דאקומענטן איבער איראן’ס נוקלעארע אקטיוויטעטן, זאגנדיג אז יענע דאקומענטן צייגן ווי איראן האלט זיך נישט צום דיעל, איז דעריבער נישטא קיין אנדערע ברירה פאר אמעריקע, נאר זיך ארויסצוציען פונעם דיעל.
נישט לאנג נאך טראמפ’ס מעלדונג, האט מען געהערט א סטעיטמענט פונעם איראנער פרעזידענט, כאסאן רוכאני, וועלכער האט געזאגט אז ער האט געגעבן דירעקציעס פאר דער איראנער אטאמישער אגענטור, צו שטיין גרייט אנצוהייבן פונדאסניי בארייכערן אוראניום פאר נוקלעארן באנוץ, אבער רוכאני האט געגעבן א שאנס צו פארבלייבן אינעם דיעל, זאגנדיג אז ער וויל קודם זיך אראפזעצן מיט די אייראפעאישע לענדער.