אידישע נייעס

טונקל-הויטיגער איזדיעקעוועט זיך אויף אידיש יונגל

ברוקלין – א טונקל-הויטיגער פארשוין אין ברוקלין, האט שטאלצערהייט פובליצירט א ווידעא וויאזוי ער טשעפעט און איזדעקעוועט זיך אויף א קליין אידיש יונגל. אין דער רעקארדירונג זעט מען וויאזוי דער פארשוין, מיט’ן נאמען קאי דזשעימס, שפאצירט אויף דער גאס אין וויליאמסבורג, און ער טרעפט אן א קליין דריי–יעריג יונגל, פריש געשוירן מיט בא’חנ’טע פיאות, און דזשעימס רעקארדירט וויאזוי ער נעמט זיך שרייען אויפ’ן קינד אז ער זעט אויס שרעקליך מאדנע. ער רעדט צום קינד גאר ווילד און געמיין, שרייענדיג אז עס מוז זיין אז זיינע עלטערן האבן אים פיינט, ווייל זיי הייסן אים טראגן פיאות, א קאפל, און א חסידי’שן לבוש. דורכאויס דער גאנצער צייט פון דער רעקארדירונג, זעט מען דאס קליינע קינד שטיין הילפסלאז און דערשראקן, כמעט ביז טרערן. נאכ’ן ווערן פארדאמט איבער דער ווידעא, האט דזשעימס זיך אנטשולדיגט און עס פארמעקט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.