וואשינגטאן – דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, האט אפגעווארפן דעם פארשלאג אז ער זאל ערלויבן פרעזידענט טראמפ צו ענטפערן זיינע פראגעס שריפטליך – לויט אן אנאנימער קוואל, וועלכער איז פארמישט אין די געשפרעכן צווישן מוללער און טראמפ’ס לויערס. דער קוואל גיט איבער אז מוללער האט קלארגעשטעלט פאר’ן פרעזידענט’ס לויערס, אז ער וועט נישט אקצעפטירן גארנישט עפעס אנדערש ווי א דירעקטע אינטערוויו זיצנדיג מיט’ן פרעזידענט, וועלכער וועט ענטפערן די פראגעס מונדליך. מוללער’ס שטייפקייט איבער דעם פארלאנג באזארגט דעם פרעזידענט’ס לויערס, וויבאלד רעדעוודיג איז פיל גרינגער פאר מוללער צו כאפן דעם פרעזידענט ביי א ליגנט, ווי ווען מוללער לאזט טראמפ זאל אנשטאט ענטפערן די פראגעס שריפטליך.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.