ווירדזשיניע – א מערילאנד פארשוין, וועלכער אידענטיפיצירט זיך זעלבסט אלס א הויפט מיטגליד פון דער ראסיסטישער “קו קלוקס קלען”, איז נעכטן געפונען געווארן שולדיג אויף קלאגעס אז ער האט אומלעגאל ארויסגעשאסן קוילן פון זיינע וואפנס, ביי די מאסיווע אומרוען און ראיאטן וואס האבן אויסגעבראכן פאראיאר זומער אין שארלאטסוויל, ווירדזשיניע, וואס האט זיך געענדיגט מיט א קאר אטאקע און איין פאטאליטעט. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס 53 יעריגער ריטשארד פרעסטאן, און מידיא רעקארדירונגען בשעת די ראסע ראיאטן אין שארלאטסוויל האבן אויפגעכאפט וויאזוי ער שיסט ארויס א קויל אין ריכטונג פון א ליבעראלן קאנטער-פראטעסטירער. אצינד איז פרעסטאן געפונען געווארן שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים, און ער שטייט אויס 10 יאר טורמע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.