אידישע נייעס

בית החיים אין ניובערג אין שוואכן צושטאנד

ניו יארק – א היסטארישע בית החיים אין ניובערג, ניו יארק האט אין די לעצטע טעג באקומען פרישע אויפמערקזאמקייט, ווייל די קהילה וואס נעמט קעיר דערפון, האט זיך געוואנדן צום פובליק אז זיי זוכן וואלונטירן. די רעדע איז פונעם סנעיק הילל סעמעטערי, וואס איז היינט אונטער דעם אייגנטום פונעם רעפארם טעמפל בית יעקב אין ניובערג.

אינעם בית החיים האט מען באערדיגט אידן אנגעהויבן איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, און געענדיגט בערך הונדערט יאר צוריק, ווען די ניובערג אידישע קהילה איז צוזאמגעפאלן. דזשיני עיברעמס איז א געוועזענע לאקאלע ניובערג קאונסילפרוי, און זי זאגט אז זי וואלונטירט יעצט ביים בית החיים, אבער עס איז אין זייער א שוואכן צושטאנד, מיט אומגעווארפענע מציבות, אנגעלייגטע צווייגן און הויכע גראז.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.