פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ באאמטער טשעפעט מעקעין

וואשינגטאן – דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך זענען ארויסגעקומען מיט א שארפער פארדאמונג, נאכדעם וואס מ’האט געהערט אז א טראמפ אדמיניסטראציע באאמטער האט אפגעלאכט פון סענאטאר דזשאן מעקעין צוליב וואס ער איז שטערבליך קראנק.

די קאמענטארן פונעם ווייסן הויז באאמטן, קעלי סעדלער, זענען געמאכט געווארן ביי א זיצונג אין ווייסן הויז מיט קאמיוניקאציע שטאב, וואו מ’האט גערעדט איבער א ביל וואס מעקעין האט זיך ארויסגעשטעלט דערקעגן, און סעדלער האט זיך אנגערופן “עס מאכט שוין נישט אויס, ווייל ער שטארבט שוין סייווי”.

די מעקעין פאמיליע האט שארף אראפגעריסן סעדלער’ס קאמענטארן, און דאס ווייסע הויז האט עס נישט געלייקנט, נאר בלויז געזאגט אז זיי רעספעקטירן מעקעין’ס סערוויס פאר’ן לאנד און בעטן פאר זיין ערהוילונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.