אלאסקע – די אמעריקאנער עירפארס האט סוקסעספול פארטריבן צוויי רוסישע פליגערס וואס זענען געפלויגן צו נאענט צו אלאסקע. די צוויי רוסישע ״טופעלאוו-95״ פליגערס, וועלכע קענען טראגן אויף זיך נוקלעארע מיסילס, זענען געקומען נענטער ווי 55 מייל צו אלאסקע׳ס בארטנס, אנצינדנדיג א הויכן אלערט ביי די אמעריקאנער עירפארס.
דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין איבער א יאר, וואס רוסישע פליגערס קומען אזוי נאענט צו אמעריקע׳ס טעריטאריע. באזונדער האט מען געהערט אז רוסישע מיליטערישע שיפן האבן אין די לעצטע טעג אנגעהויבן טשעפען אן אמעריקאנער עירקרעפט קעריער שיף אינעם מיטללענדישן ים. די “יו-עס-עס טרומאן” פארט אינעם מיטללענדישן ים, ארויסצוהעלפן אמעריקע’ס אנטי-אייסיס מיסיעס אין סיריע, און אין די לעצטע פאר טעג, האבן א גרופע רוסישע שיפן אנגעהויבן ארומפארן נאענט צו דער טרומאן שיף, רייצנדיג זיך מיט זיי.