פראנקרייך – די פראנצויזישע מידיא האט נעכטן אידענטיפיצירט דעם פארשוין וואס האט דורכגעפירט שבת די שטעכעריי אטאקע אין פאריז מיט 1 פאטאליטעט, אלס דער טשעטשניער געבוירענער קאמזאט אזימאוו. די אידענטיטעט איז ארויסגעגעבן געווארן דורכ’ן טשעטשניער פרעזידענט ראמזאן קאדיראוו, וועלכער זאגט אז אזימאוו האט געהאט א רוסישן פאספארט ביז ער איז געווען 14 יאר אלט, און האט שפעטער באקומען בירגערשאפט אין פראנקרייך. לויט מידיא באריכטן, איז אזימאוו געווען אויף אן אפיציעלע טעראר ליסטע, און די פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן געהאלטן אן אויג אויף אים, אלס א מעגליכער טעראריסט. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז די 4 פארוואונדעטע פון אזימאוו’ס שטעכעריי אטאקע זענען שוין אלע אין א סטאבילן צושטאנד.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.