טשיקאווע נייעס

א ״טאנץ פאלאץ״ אינמיטן הייוועי

קאליפארניע – א מאדנע אבער שרעקעדיגע געשיכטע אין דרום קאליפארניע, האט זיך ביי דער ענדע אויסגעלאזט צום גוטן, ווען א ״טאנץ פאלאץ״ האט געלאנדעט אינמיטן א פארנומענעם שאסיי. דער ״טאנץ פאלאץ״, וואס איז דער אומאפיציעלער נאמען פון די אויפגעבלאזענע שפיל סטרוקטור פאר קינדער צו טאנצן דערין, האט זיך געפונען אינעם הויף פון א פאמיליע אין סאנטא קרוז, קאליפארניע, ווען פלוצלינג זענען אנגעקומען שטארקע ווינטן און אויפגעהויבן דעם גאנצן סטרוקטור און עס געפירט צום צענטער ליניע פונעם ״395 הייוועי״, מיט א קינד דערין, וואו עס האט אריינגעקראכט אין א פארבייפארנדיגע אויטא! צו מזל האט דאס קינד געליטן בלויז מילדע וואונדן, און דער דרייווער פונעם קאר איז באהאנדלט געווארן פאר שאק טראמא.

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.