ירושלים – דער טאג נעכטן איז אריבער ווען די גאנצע וועלט’ס אויגן זענען געווען געוואנדן קיין מדינת ישראל, וואו אמעריקע האט געעפנט איר נייע אמבאסאדע אין ירושלים, וואס די צערעמאניע איז אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס פאמפע און יובעלירונג, און אין די זעלבע צייט האבן געפלאקערט טויטליכע פראטעסטן און ראיאטן ביים עזה גרעניץ.
די אמבאסאדע ערעפענונג צערעמאניע איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן, מיט די באטייליגונג פון אמעריקאנער דיפלאמאטן, הויכראנגיקע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע, אריינגערעכנט דזשעראד קושנער, און אויך א גרופע רעפובליקאנער סענאטארן. עס זענען געהערט געווארן רעדעס מיט דאנק ווערטער פאר פרעזידענט טראמפ, און דערנאך האט מען אפיציעל געעפנט די אמבאסאדע, וועלכע טראגט א גרויסן שילד אין עהרע פון טראמפ.
די גאמצע צייט וואס די פייערונגען און פריידיגע רעדעס זענען געגעבן געווארן ביים אמבאסאדע ערעפענונג צערעמאניע, זענען פארגעקומען מאסיווע פראטעסטן דורך די פאלעסטינער מאסן ביים עזה גרעניץ, וואו די איינוואוינער זענען ארויסגעקומען אויסגעבן זייער ווייטאג איבער’ן צושטאנד און איבער’ן פאקט אז זייערע פארלאנגען און זייער זייט, ווערט איגנארירט דורך די אמעריקאנער רעגירונג.
דאס איזראעלישע מיליטער איז זיך באגאנגען מיט ערנסטע ברוטאליטעטן קעגן די פאלעסטינער מאסן, שיסנדיג לעבעדיגע פייער און גאז קאנעס אויף די פארזאמלטע מאסן. אלעס אינאיינעם זענען 55 פאלעסטינער אומגעקומען און נאנט צו דריי טויזנט זענען פארוואונדעט געווארן. די פאלעסטינער פלאנירן אויף היינט דינסטאג פרישע פראטעסטן, אין זייער “נאקבא טאג” פון טרויער.
פון וואשינגטאן האט מען געהערט א קאטעגארישן סטעיטמענט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע שטיצט מדינת ישראל’ס רעכטן זיך צו פארטיידיגן קעגן די עזה פראטעסטירער, אבער אין די אראבישע וועלט האט מען געהערט שארפע פארדאמונגען, אריינגערעכנט פון טערקיי, וועלכע האט אהיימגערופן אירע אמבאסאדארן פון מדינת ישראל און פון אמעריקע, זאגנדיג אז די איזראעליס באגייען מאסן-מארד און אמעריקע שטיצט עס.
אידן איבער דער גארער וועלט קוקן זיך צו צו די אנטוויקלונגען, און זענען מתפלל צו השי”ת אז די אומרוען און אנגעצויגנקייטן זאלן נישט קאסטן קיין אידישע קרבנות. עס איז זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס רוקן די אמבאסאדע קיין ירושלים, וועט אצינד זיין א פערמאנענטער שטער פאר רואיגקייט און שלום, און אין די זעלבע צייט ציטערט מען פון די פאלעסטינער טעראריסטן, וועלכע סטראשען מיט ברוטאלע טעראר אטאקעס ה”י.