ניו יארק – נעכטן איבער’ן טאג איז אנגעגאנגען די שווערע אויפרייניגונג ארבעט, אין גרויסע טיילן פון ניו יארק און ארומיגע סטעיטס, איין טאג נאכדעם וואס דער ראיאן איז באטראפן געווארן פון א זעלטענעם שטורעם, מיט שטארקע רעגנס און שווערע ווינטן, פון וועלכע פיר זענען אומגעקומען און כמעט א פערטל מיליאן מענטשן זענען פארבליבן אן קיין עלעקטער. נעכטן האט מען אויך געהערט פון וועטער עקספערטן, אז דאס וואס ס’האט באטראפן דעם ניו יארק ראיאן דינסטאג נאכמיטאג, איז עפעס וואס ווערט גערופן א “מעטעא-צונאמי”, דאס באדייט צונאמי-סארט כוואליעס וואס ווערן נישט געשאפן פון אן אונטערוואסער ערדציטערניש, ווי געווענליכע צונאמי כוואליעס ווערן געשאפן, נאר עס קומט צוליב א פלוצימדיגער טויש אין די טעמפעראטור אינעם וואסער, אויסגעמישט מיט ווינט, וואס צעווילדעוועט די כוואליעס, און שאפט נאך שטערקערע ווינטן וואס פארשפרייטן זיך ארום און ארום.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.