אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אנקעטע: קאנאדישע בירגער האבן מורא איבער אפגעקילטע באציאונגען מיט אמעריקע אונטער טראמפ

פון אונזער קאנאדישער קארעספעדאנט, שמילי פערל.

א פרישע אנקעטע צייגט אז א מערהייט קאנאדישע בירגער האלטן אז באציאונגען צווישן קאנאדע און אמעריקע וועט ווערן שטארק אפגעקילט און אפגעשוואכט ווי נאר דאנעלד טראמפ ווערט איינגעשוואוירן אלס נייער פרעזידענט אין אמעריקע אין בלויז ארום 58 טעג.די נייע אנקעטע הייבט ארויס די זארגן וואס קאנאדישע בירגער האבן איבער’ן אפעקט וואס טראמפ’ס פאליסיס און פלענער וועט האבן אויף די קאנאדישע עקאנאמיע און אנדערע אספעקטן פונעם קאנאדישן לעבנסשטייגער.

די אנקעטע צייגט אז 2 פון יעדע 3 קאנאדישע בירגער, וואס באדייט ארום 64 פראצענט, זארגן זיך אז די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער וועט ווערן אפגעשוואכט.

אזויפיל ווי 67 פראצענט זאגן אז זיי האבן מורא אז די טראמפ אדמיניסטראציע’ס פאליסיס וועט האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף ענווייראמענטאלע אישוס, און נאכמער – אזויפיל ווי 73 פראצענט קאנאדישע בירגער – זענען באזארגט אז די טראמפ פרעזידענטשאפט וועט האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף סטאביליטעט איבער די וועלט.

די אנקעטע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך “אסאסיעשאן פאר קאנאדישע שטודיעס” און דער פירער דזשעק יעדוואב זאגט אז אלעס אינאיינעם ווען מען קוקט אויף די רעזולטאטן פון די אנקעטע – וועלכע איז גענומען געווארן א קורצע וואך גלייך נאכ’ן וואל טאג אין אמעריקע – זעהט מען א טונקעלן בילד פון זארג און אומרואיגקייט ביי קאנאדישע בירגער איבער’ן צוקונפט פון אמעריקע.

ספעציפיש זאגט יעדוואב אז איינוואוינער אין קוויבעק זענען אייניג באזארגט ווי בירגער אין אנדערע פראווינצן – וואס געווענליך זענען קוויבעקער איינוואוינער אנדערש מיט זייערע מיינונגען אויף די אמעריקאנער-סארט אישוס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.