וואשינגטאן – נעכטן איז קלאר געווארן, אז דער סאמיט וואס ווערט געפלאנט צווישן פרעזידענט טראמפ און דעם צפון קארעא פירער קים יאנג אן, וועט מעגליך אפגעשטופט ווערן, אדער אינגאנצן אפגעשאפן ווערן, נאכדעם וואס צפון קארעא האט צוריקגעצויגן פון איר וויליגקייט פאר א דיעל מיט אמעריקע איבער אויפגעבן נוקלעארע וואפנס.
טראמפ האט זיך נעכטן געטראפן מיט’ן דרום קארעאר פרעזידענט מון זשאי-אין פאר א זיצונג אין ווייסן הויז, און ביי קאמענטארן צו רעפארטערס אינמיטן דער זיצונג, האט טראמפ געזאגט אז ס’איז נאך דא א מעגליכקייט אז דער זיצונג וועט יא פארקומען ווי געסקעדזשועלט יוני 12, אבער דערווייל זענען דא פילע אישוס אויסצוארבעטן בעפאר.