מאנרא – א היים און א בית המדרש זענען שטארק רואינירט געווארן נעכטן בשכינות פון קרית יואל, אלס רעזולטאט פון א העליש פייער וואס האט אויסגעבראכן אין דער געביידע. דאס פייער האט פאסירט אויף 282 מאונטענוויו דרייוו, וואו עס געפינט זיך דאס בית המדרש אור החיים, און בחסדי ה’ האבן די איינוואוינער באוויזן צו עוואקואירן די געביידע אין איילעניש, און וואלונטירן פון “מצילי אש” האבן ארויסגעפירט די ספרי תורה פון דער שוהל אומבאשעדיגט. אלעס אינאיינעם האבן בערך הונדערט פייערלעשער, מצילי אש אינאיינעם מיט די מאנרא פייער דעפארטמענט, געארבעט צו ברענגען דאס פייער אונטער קאנטראל, און זיי האבן עס פארלאשן. לויט די באאמטע, האט זיך דאס פייער אנגעהויבן אינעווייניג אין א וואנט, און אן אויספארשונג גייט אן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.