בעלגיע – א שרעקליכע טעראר אטאקע האט פאסירט נעכטן אין דער בעלגישער שטאט ליעזש, וואו א טעראריסט האט געשאסן און אומגעברענגט 3 מענטשן. די אטאקע האט זיך אנגעהויבן ווען דער טעראריסט, קוים געציילטע שטונדן נאכ’ן באפרייט ווערן פון טורמע פאר קליינליכע קרימינאליטעטן, האט גענומען א מעסער און געשטאכן צוויי פאליציי אפיצירן אין רוקן, און דאן האט ער געכאפט א גאן פון איינעם פון די אפיצירן, און זיי ביידע געשאסן און אומגעברענגט. ער האט דאן געשאסן א ציווילן 22 יעריגן פוסגייער צום טויט, בעפאר’ן אריינשטורעמען אין א סקול געביידע, וואו ער האט פארכאפט אן ארבעטער אלס משכון. נאך אפאר שעה האבן די פאליציי באוויזן אומצוברענגען דעם טעראריסט. די פאליציי זאגן אז די אטאקע איז געווען מאטיווירט פון איסלאמישער טעראר.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.