רוים – איטאליע טרעפט זיך אין די יעצטיגע טעג פארוויקלט אין א מאסיוון פאליטישן קריזיס, וועלכע קען אראפשלעפן די גאנצע “יורא-זאנע”, דאס הייסט די לענדער וועלכע באנוצן זיך מיט דער יורא וואלוטע. איטאליע האט אפגעהאלטן וואלן אין מערץ, וואו די אנטי-עסטאבלישמענט “פייוו סטאר” פארטיי האט געוואונען א מערהייט, אבער נישט גענוג צו קענען אליינס אנפירן די רעגירונג. געשפרעכן צווישן “פייוו סטאר” און אנדערע פארטייען האבן זיך פארשלעפט, און דער איטאליענער פרעזידענט, סערגיא מאטארעלא, האט בלאקירט די פארטיי פון פארמירן א רעגירונג. אנשטאט האט מאטארעלא געשטעלט א צייטווייליגן פרעמיער מיניסטער, און אנהייב יאר 19′ וועלן פארקומען פרישע וואלן. אנאליסטן זאגן אז דער צושטאנד וועט פירן צו כאאס, און די מארקעטס רעאגירן נעגאטיוו.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.