ארץ ישראל – פרישע אנגעצויגנקייט און שרעק האט נעכטן געהערשט אין ארץ ישראל, נאכדעם וואס די טעראריסטן פון כאמאס און איסלאמיק דזשיהאד גרופעס אין עזה, האבן דורכגעפירט צוויי מאסיווע ראקעטן אטאקעס, ווען אלעס אינאיינעם זענען געפלויגן זעכציג ראקעטן אויף מדינת ישראל טעריטאריע.
א מערהייט פון די ראקעטן זענען אראפגעפאלן אין געגנטער גאר נאענט צו דער עזה גרעניץ, און געלאנדעט נעבן א קינדערגארטן, נעבן באוואוינטע געגנטער, און פארוואונדענדיג 5 איזראעלישע בירגער, וואס איינער פון זיי איז נאך אין שפיטאל. די צוויי דערמאנטע טעראר–גרופעס האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט.
דאס איזראעלישע מיליטער האט רעאגירט מיט’ן דורכפירן באמבארדירונגען אויף כאמאס צילן אין עזה, וואס דאס האט נאר מער אויפגעפלאקערט די פאלעסטינער געמיטער, און געברענגט פרישע סטראשונקעס אז זיי וועלן אין די קומענדיגע טעג דורכפירן ווייטערדיגע ראקעטן אטאקעס, ה’ ירחם.
שפעט נעכטן נאכמיטאג זענען געווען באריכטן אז די איסלאמיק דזשיהאד זאגט, אז זיי האבן דערגרייכט א שטילשטאנד אפמאך מיט מדינת ישראל, אין געשפרעכן וואס זענען אנגעפירט געווארן דורך עגיפטן. קיין געהעריגע באשטעטיגונג אויף דער אנטוויקלונג, איז אבער נישט געקומען.