שפאניע – מען האט געהערט אז די אויטאריטעטן אינעם קאטאלאניע ראיאן פון שפאניע, האבן שוין צוזאמגעשטעלט א נייע ליסטע פון קאבינעט מיניסטארן, וואס דאס וועט ברענגען אז שפאניע זאל אפשטעלן איר דירעקטע קאנטראל אויפן ראיאן. שפאניע האט גענומען פולע קאנטראל פון קאטאלאניע מיט עטליכע מאנאטן צוריק, אלס רעזולטאט פון א רעפערענדום אז קאטאלאניע זאל ווערן אינגאנצן א זעלבסטשטענדיגע לאנד. יעצט האבן די קאטאלאניער אויטאריטעטן געשטעלט א נייע קאבינעט, באזייטיגנדיג עטליכע מיניסטארן וואס זענען געווען דירעקט פארמישט אינעם רעפערענדום, און די באזייטיגונג וועט באפרידיגן שפאניע, וועלכע וועט האפנטליך שפירן גענוג רואיג צוריקצוגעבן לאקאלע קאנטראל פאר די אויטאריטעטן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.