פארלאפענעם מאנטאג מקץ-חנוכה איז א פארפרוירענע רעגן געפאלן אין די גאסן פון מאנטרעאל, באדעקנדיג די סיידוואלקס און שאסייען מיט א געפארפולע שיכט אייז.
אין אט די שווערע וועטערס, האט א חסידישער יונגערמאן פון דאהי אין דער שטאט באוויזן צו מאכן א שטארקן קידוש ה’, ווען ער האט ארויסגעהאלפן אן עלטערע נישט-אידישע פרוי וועלכע האט זיך שווער געפלאגט אין די שנייען.
פרוי מארשי האט דערציילט די געשיכטע פאר די מידיא, און לויט ווי זי געבט איבער, איז זי געזיצן אינדערהיים מיט איר פאמיליע און פארברענגט אין די קאלטע נאכט, ווען פלוצלינג האט זי באקומען א טעלעפאן רוף אהיים, און אויפן אנדערן זייט טרייבל איז געווען א 94 יעריגע פרוי מיט וועלכע די פאמיליע איז געווען באקאנט. די פרוי האט אנגערופן פון די לוסיען לאליער מעטרא סטאנציע, און ווי זי האט דערציילט, האט זי פארלוירן אירע שליסלעך צו איר היים אין אוטרעמאנט.
פרוי מארשי איז זייער נאנט געווען מיט די עלטערע פרוי און די פרוי האט איר מיט א צייט צוריק פארטרויעט מיט א קאפּיע פון די שליסלעך פון איר היים, און דעריבער יעצט ווען זי האט עס פארלוירן, האט זי אנגערופן פרוי מארשי צו געבן די שליסלעך צו קענען אנקומען אהיים. מען האט אפגעשמועסט אז זיי וועלן זיך טרעפן פארנט פונעם היים פון די עלטערע פרוי, און פרוי מארשי האט זיך ארויסגעלאזט צופוסנס און ס’האט איר געדויערט מער ווי א שעה אנצוקומען אהין, צוליב די גליטשיגע סיידוואלקס.
ווען זי איז אנגעקומען פארנט פונעם היים פון די פרוי, האט זי איר נישט געזען, נאר די פרוי איז געזיצן אין א קאר פון א חסיד’ישן איד. עס שטעלט זיך ארויס אז דער חסידישער יונגערמאן, וועלכער איז בלויז אידענטיפיצירט געווארן מיט’ן ערשטן נאמען נפתלי, האט געזען די עלטערע פרוי זיך גליטשנדיג אויפן סיידוואלק אויפן וועג אהיים פון די סטאנציע, און ער האט באשלאסן צו טאן א געוואלדיגן חסד און ארייננעמען די עלטערע פרוי, איר אפפירן אהיים, און דערנאך איר לאזן זיצן אינעם קאר אנגעווארימט ווילאנג אירע פריינט וועלן אנקומען מיט’ן שליסל.
דער קידוש ה’ איז געווען געוואלדיג גרויס און די צוויי נישט-אידישע פרויען האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן און גענוג באדאנקען פאר’ן חסידיש’ן יונגערמאן. ווי מען האט געהערט שפעטער פון די מאנטרעאלער חברה הצלה, האט דער יונגערמאן גאנץ מעגליך געראטעוועט די פרוי’ס לעבן, וויבאלד הצלה האט יענע נאכט געהאט פילע עמורדזשענסי רופן איבער מענטשן וועלכע האבן זיך אויסגעגליטשט אויף די אייז און צובראכן ביינער, און די עלטערע פרוי וואלט מעגליך געליטן נאך ערגערע וואונדן.