ארץ ישראל. – א קינד וואס האט זיך נאכאנאנד אפגערעדט אויף פיין אין די הענט, איז גענומען געווארן אין א קליניק, און נאך עטליכע עקס-רעיס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געווען א בולעט, וואס איז אים געליגן אין די הענט פאר איבער 3 מאנאטן.
דער 11 יעריגער אינגל איז אנגעקומען אין די “טרם” עמערדזשענסי קליניק אין די רוממה געגנט אין ירושלים, די דאקטוירים האבן אים אנגעהויבן צו אבזערווירן אויב ער איז אפשר געפאלן, אדער זיך אויסגעבויגן.
זיי האבן געפונען צייכענעס אז זיין פון זיין האנט האט גערינען בלוט מיט 3 מאנאטן בעפאר, אבער דער אינגל האט נישט געדענקט צו האבן סיי וועלכע יסורים. דאן האבן זיי געפונען דעם אייזערנעם בולעט, וואס מען ווייסט נישט וויאזוי עס איז אנגעקומען דארט, מען האט אים אריבערגעטראגן צו א אנדערע שפיטאל, און זיי האבן אים באוויזן צו באפרייען דערפון