א גרויסע שרעק איז אנטשטאנען אין לאנדאן ווען אן אראבער האט נאכגעשריגן אידן אין די היימישע געגנט אין לאנדאן “אללא אללא! איך וועל אויס’הרג’ענען אלע אידן” חס ושלום.
אייזיק ש. א אנוועזנדער אויפן סצענע דערציילט פאר אידישער ווינקל “די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, כ’האב שנעל געטראכט וואו צו לויפן, פאר שוץ, זוכנדיג פאר א פובליק געביידע, זוכנדיג אינאיינוועגס פאר מיין טעלעפאן, צו רופן די פאליציי.”
עס האט פאסירט 10:08 לאנדאנער זייגער, און פארבייגייער האבן גערופן שומרים און די פאליציי, וואס זענען אנגעקומען זייער שנעל, האלטנדיג קוים עטליכע טעג נאך די טעראר אטאקע אין לאנדאן ווי אלע לעבן נאך אין פחד און מורא.
דאס איז א באזונדערער אינצידענט, און האט גארנישט מיט דער אנדערער יוגנטליכער וואס האט זיך ארומגעדרייט מיט א שווערד, היינט צופרו.
ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז דאס געווען א צערידערטער פארשוין! און די פאליציי האבן אים אריין געפירט פאר א אויספארשונג.