אידישע נייעס

שוידער: צוויי אימיגראנטן האבן אומגעברענגט א אידיש טאכטער

ברוך דיין האמת: פון דייטשלאנד קומט אריין די ביטערע נייעס, אז מען האט געפינען די קערפער פון א פארשוואונדענע אידישע טאכטער פון די דייטשע שטאט מיינץ, און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די מיידל פון פערצן יאר אלט, מיטן נאמען סאזאנע פעלדמאן ע”ה, וואס ווערט שוין געזוכט פון מאי 22 למספרם, ליידער ברוטאל דערשטיקט געווארן דורך צוויי אימיגראנטן.

די קערפער איז געפינען געווארן הארט נעבן א באן-שינעס, וועלכע גרעניצט זיך צום פלטים לאגער נעבן די שטאט ווייסבאדן, און די אידישע קהלה איז שאקירט ביז גאר פון די שוידערליכע אינצידענט וואס האט איר באטראפן.

די צוויי מערדער זענען אימיגראנטן א 35 יעריגער אימיגראנט פון טערקיי, און א 20 יעריגער אימיגראנט פון איראק, דער טערקישער רוצח איז ארעסטירט געווארן, אבער פארן איראקער איז געלונגען צו אנטלויפן. לויט ווי די פאליציי שאצט איז ער שוין אינדערויסן פון דייטשלאנד, און עס איז דא קעגן אים אצינד א ארעסט פון די אינטערנאציאנאלער פאליציי.

א דאנק אן אינפארמאנט, א 13 יעריגער פון די פלטים לאגער, וואס איז געקומען דערציילן איבער דעם אינצידענט פאר די פאליציי, דערציילנדיג ווער עס איז די שולדיגע אין די מארד, און אין וועלכע געגנט מ’קען געפינען די קערפער, האט די פאליציי באוויזן צו נאכגיין זייערע שפורן.

עס איז נישט באקאנט צו די מארד האט מיט אנטיסעמיטזם.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.