טראץ וואס דער בירגער קריג בוזשעוועט אזוי שטארק אין סיריע פאר אזויפיל יארן, איז אבער פארט דער ארטיגער דיקאטור באשאר אל אסאד פארזיכערט מיט זיין בענקל, האבנדיג צו זיין זייט דער רוסישער פרעדיזענט וולאדימיר פוטין, וואס באקומט אין סיריע א פעסטע מיליטערישע אנוועזנהייט אין די מיטל מזרח, אין אויסטויש פון פארטיידיגן דעם דיקטאטור פון סיריע פון זיינע אויפשטענדלער.
אין א רעדע וואס פוטין האט היינט געגעבן זאגט ער אז “ס’איז נישטא א בעסערע מיליטערישע טרענירונג, ווי א אמת’ער שלאכט. מיר קענען פארלאזן פון איין מינוט אויפן צווייטן סיריע, מיר בלייבן נישט דארט פראמינענט”. אבער פארט האט ער קלארגעשטעלט אז מאסקאווע פלאנירט נישט צו פארלאזן סיריע אין די נאנטע טעג.
“אונזער אנוועזנהייט אין סיריע איז ווייט פון פשוט” האט פוטין ערקלערט. “מיר פארמאגן ערטער וואו מיר געפינען זיך, מיר האבן נישט קיין פלענער ארויסצוציען אונזערע טרופן פון דארט יעצט. מיר וועלן פארבלייבן אין סיריע ווילאנג מיר פארדינען עפעס דערפון”. שפעטער האט פוטין צוגעלייגט אז ער דארף נישט האבן אין סיריע פון אלע סארטן מיליטערישע איינהייטן, און ס’איז גענוג וואס רוסלאנד האט אצינד אין סיריע.
שפעטער האט ער צוגעלייגט: “איך רוף נישט אן די ערטער אלס באזעס, מיר האבן נישט דארט קיין לאנג טערמינינגע איינריכטונגען, מיר קענען פון איין מינוט אויפן צווייטן אלעס אוועקפאקן און פארלאזן דעם ארט, אן צו דארפן איבערלאזן סיי וואספארא זאך אונטער אונז”. דאן האט ער זיך באצויגן צו זיין מיטארבעט מיט די אסאד קרעפטן, אז דאס איז נישט מער ווי לעבעדיגע טרענירונגען אויף א עכטע פראנט.
צום שלוס האט פוטין אויסגעפירט איבער זיינע סאלדאטן אין סיריע, אז זיי פירן דורך גאר גרויסע מיסיעס, אריינגערעכנט זיכערהייט שיצונג פאר רוסלאנד, און העלפן שטארק ארויס די פינאנציעלע אינטערעסן פון מאסקעווע.