א מאן פון טעקסאס איז געביסן געווארן פון א שלאנג. אקעי, נישט ממש א שלאנג, אבער א קאפ פון א שלאנג…
פאסירט האט דאס ווען דער מאן האט געפינען אין זיין גארטן א שלאנג, און אים אפגעהאקט זיין קאפ. ווען ער האט אויפגעהויבן די איבערבלייבעניש פון די שלאנג, צווישן זיי די אפגעהאקטע קאפ, האט אים דאס קאפ א בייס געטון, פון וואס דער מאן איז געווארן זייער שוואך און פארפאניקט. ער איז באלד אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.
און וואס מיינט איר? לויט ווי דער דאקטער דערציילט, האט אים די געווענליכע צוויי ביז פיר אנטי-גיפט וואקסינאציע דאזע פון מעדעצין וואס מ’גיבט אין אזא צייט נישט געהאלפן, און מען האט אים געמוזט געבן זעקס און צוואנציג דאזעס דערפון אין שפיטאל, און אזוי ארום געראטעוועט זיין לעבן אז ער זאל נישט ווערן פארגיפטעט פון די שלאנג’ס ביס.
אצינד – א וואך שפעטער – איז שוין זיין מצב מער סטאביל, אבער פארט האט ער פראבלעמען מיט די נירן.