אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

היסטארישער טראמפ-קים סאמיט קומט יעצט פאר

אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך אנגעהויבן די “טראמפ-קים סאמיט”, וואס אפגעזען וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזן איז עס גאר א היסטארישע מאמענט, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ און דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן האבן זיך געגעבן די הענט איינער פארן צווייטן, און נאכן דערנאך זיך אראפגכזעצט רעדן פאר עטליכע מינוט פארנט פון רעפארטער.

“איך בין איבערצייגט אז מיר וועלן האבן זייער אן אויסערגעוונליכער גוטע פארשטענדעניש” האט טראמפ געזאגט. אויך קים האט געזאגט אז ער איז דא מיט א ציל, “מיר זענען אנטשלאסן זיך צו שטארקן אויף אלע שטרויכלונגען”.

דאן זענען זיי אריין צום סאמיט מיט די באטייליגונג פון בלויז איבערטייטשער’ס, וואס וועט זיך ציען פאר 6 שעה לויט די פלאן, סיידן אויב קים איז נישט דערביי, אין אזא פאל האט טראמפ פראשפראכן אז ער וועט זיך אויפהייבן און ארויסגיין פון דארט.

נאך 41 מינוט זענען זיי ארויסגעקומען פאכען מיט די הענט אויפן גאניק פון האטעל, ווען מ’האט אנגעפרעגט פרעדיזענט טראמפ וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, האט ער געענטפערט אז עס איז געווען “זייער גוט זייער גוט, מיר האבן א גוטע צוזאמענארבעט”.

ווי א רעפארטער פאר CNN האט אויפגעכאפט, האט קים געזאגט פאר טראמפ צווישן די געשפרעכן, אז “אסאך מענטשן איבער די וועלט וואלטן נישט געגלייבט אז אזא זאך וואלט געקענט צושטאנד קומען, מ’וועט מיינען אז דאס קומט פון א חלום, אדער פון א פאנטאזירטע דאקומענטאמציע”…

נאכן שפאציר אויפן גאניק, זענען די צוויי צוריק אריין צו די געשפרעכן, וואו עס זענען מיטגעקומען אויך דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, שטאב הויפט דזשאן קעלי, און דזשאן באלטאן, אינאיינעם מיט הויכקאנגיקע צפון מיניסטארן.

דאן איז פארגעקומען דער מאלצייט, וואס דערנאך זענען טראמפ און קים ווידער ארויס צו רעפארטער’ס וואס זענען געווען פארזאמלט אינדערויסן, וואו טראמפ האט געזאגט אז “די באגעגעניש איז געווען אויסערגעווענליך, אסאך בעסער פון וואס סיי ווער האט געקענט פאראויסזען”. נאכן סטעיטמענט האט טראמפ באגלייט קים צו זיין קאר.

א קורצע צייט דערנאך האבן די צוויי אונטערגעשריבן אויף זייער געמיינזאמע דעקלעראציע (זעה באזונדערע באריכט איבער איר אינהאלט), וואס מען האט נישט געזען וואס עס שטייט דארט. אזויפיל האט יא פרעזידענט טראמפ באוויליגט צו זאגן:

“מיר שרייבן אונטער אויף גאר א חשוב’ער דאקומענט, עס איז זייער וויכטיג. מיר זענען געקומען צו א גוטער פארשטאנד אין צוזאמענארבעט, איך וועל מיר באטייליגן אין א פרעסע קאנפערענץ אין ווייניגער ווי צוויי שטונדן, און מיר וועלן רעדן דערוועגן”. דאן האט ער אויסגעפירט “אין מיין נאמען און אין נאמען פון קים, זענען מיר זייער צופרידן צו אונטערשרייבן דעם דאקומענט”.

אויף די פראגע פון רעפארטער צו ער וועט איינלאדענען קים צו די ווייסע הויז, ווי ער האט פארשפראכן צו טון אין פאל זאכן פארן געשמירט, האט טראמפ געענטפערט “זיכער”.

און ער האט צוגעלייגט: אונזערע באציאונגען מיט קארעא גייען זיך טוישן. מיר ווילן עפעס טון, מיר האבן אויפגעבויט א ספעציעל גוטער פארבינדונג. מענטשן וועלן ווערן באאיינדרוקט און פרייליך, מיר וועלן זיך באפאסן צו גאר א גרויסע און געפארפולע פראבלעם צו דער וועלט. דאס איז געווען אסאך בעסער ווי מיר האט געקענט פאראויסזען, און דאס וועט ברענגען צו פרישע זאכן”.

דער דיקטאטור קים האט אויך געהאט וואס צו זאגן: “מיר האבן אפגעהאלטם א היסטארישע באגעגעניש, מיר לאזן איבער די פארגאנגענהייט פאר היסטאריע. די וועלט וועט זען א גרויסער טויש. איך וויל מיר באדאנקען פאר פרעזידענט טראמפ, וואס האט געברענגט אז די באגעגעניש זאל צושטאנד קומען.

די ערשטע פאזיטיווער ווירקונג פון די סאמיט האט נאך פאסירט בשעת מעשה, ווען דער דאלער איז געשפרינגען מיט 0.2 פראצענט קעגן אנדערע וואלוטעס, קומענדיג צום העכסטן הויכפונקט אין דריי וואכן.

די לחיים ביים גאניק נאכן ערשטן רונדע פון פריוואטע געשפרעכן פאר 41 מינוט

אבי מ’שמייכלט שוין. טראמפ און קים רעדנדיג צו רעפארטער’ס

אלע מיניסטארן זיצן אינאיינעם, די אטמאספערע זעט אויס גאנץ געשמאק

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.