טשיקאווע נייעס

עלטערע פרוי, פון 99 יאר אלט, ברענגט צושטאנד איר טרוים: ווערן ארעסטירט!

פאליציי אין נעדזשימגאן, אין די נעדערלאנדס, האבן געהאלפן א 99 יעריגע באבע צו ערפולן איר טרוים, מיטן איר אריינלאזן פאר א שטיק צייט, אין א טורמע צעל, לאזנדיג איר ווי מען זאגט “שפילן טורמע,”

די עלטערע באבע האט זיך געהאט אמאל אויסגערעדט פאר א פאליציי אפיציר, אז איינס פון אירע לאנגיעריגע טרוימען איז נאכנישט צושטאנד געקומען, און זי וויל דאס זייער שטארק האבן פראקטיצירט, און דאס איז דורכלעבן א נאכט אין טורמע, צו פארשטיין דעם ערפארונג, פון א ארעסטאנט’ס פערספעקטיוו.

אויסער די ערפארונג פון איר קייטלען, וואס דאס האבן די פאליציי נישט געוואלט אונטערנעמען, האט מען איר צוגעשטעלט א טורמע צעל, א פאליציי אויטא פון איר שטוב ביזן טורמע צעל, מיט שטארקע וואך, פון עטליכע פאליציאנטן.

זי האט זייער געשמייכלט, און אפילו איינמאל איבערגעפרעגט, “עס איז א וויץ?! גערעכט?…

נאנטע פריינט און פאמיליע מיטגלידער, פון די באבע האבן זיך שטארק באדאנקט פאר די פאליציי פארן צושטאנד ברענגען איר טרוים.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.