אינדיאנאפעליס באאמטע האבן געלאזט בויען 4 ספעציעלע קליינע בריקן אין די “דאונטאון קאנאל” צו העלפן קליינע קאטשקעס וואס שווימען דארט ארום אז זיי זאלן קענען ארויסקריכן צום בארטן.

וויבאלד די בארטן איז מיט עטליכע פיס העכער ווי די לעיק, האט דאס געמאכט זייער שווער פאר די ניי געבוירענע קאטשקעס צו קענען ארויסקומען אויף די טרוקעניש ווען זיי דארפן זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות וואס די שווימען פאדערט, און עס האט פאראורזאכט אז צענדליגער קאטשקעס פלעגן זיך דערטרענקען און שטארבן.

דאס האט געברענגט אז לאקאלע איינוואוינער זאלן אונטערנעמען א קאמפיין אז די רעגירונג זאל נעמען שריט צו העלפן די קאטשקעס.

די האלצערנע בריקן זענען געווארן אינסטאלירט, צו די צופרידנהייט פון די גרופעס וואס האבן קאמפיינט דערפאר, און די קאטשקעס זענען זיכער דאנקבאר…

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.