ווירדזשיניע. – די פאליציי געבן איבער אז אין א טשעקאווע אינצידענט, האט זיך א גנב מיטן נאמען לעאול יוסעף, אליינס געמוזט ברענגען זיין ארעסט, צוליב וואס ער האט זיך צובראכן א ארעם, נאכדעם וואס עס איז אים ענדליך געלונגען צו אנטלויפן פון די פאליציי, פארן זיך איינברעכן אין א געביידע, אין די שטאט אלעקסאנדריע.
דער גנב האט געהאלטן אינמיטן אריינלייגן ווערדפולע חפצים אין זיינע טאשן, ווען דער אייגנטומער איז ערשינען צו זיך אין שטוב. דער גנב איז שנעל צוגעשפרינגען צו א טאראסע, און אראפגעשפרינגען, אנהויבנדיג אנטלויפן. דער פראבלעם איז אבער געווען אז ער האט זיך צובראכן א ארעם, ליידנדיג פון פיינפולע וואונדן, ער האט פרובירט לויפן אביסל, און פארשוואונדן געווארן.
די פאליציי זענען ערשינען צו די סצענע, און פרובירט נאכגיין זיינע פוסטריט אין די שניי, אבער פארלוירן די שפורן. איין אנוועזנדער אפיציר, פון די פעירפעקס קאונטי פאליציי דעפערטמענט, מיטן נאמען דאן געטהערד, האט דאן געהערט אויף די ראדיא, אז נישט ווייט אוועק איז דא א רוף פון א מענטש וואס האט א צעבראכענע ארעם. עס האט אים געקלינגען א גלעקל, און ער האט זיך אהינגעיאגט צו דער אדרעס, און אפגעפונען דעם מאן, וואס האט געקרעכצט פון ווייטאג אויף זיין צעבראכענע ארעם.
די פאליציי האבן דאן געפונען די זאכן וואס ער האט גע’גנב’עט אין זיין טאש, און אים אפגעפירט צו א שפיטאל, ווי ער איז געווארן באהאנדלט פאר זיין צעבראכענע ארעם.
פון דארט איז ער געווארן געטראגן צו א פאליציי סטאנציע, וואו מען האט אים אפגעפירט אין טורמע, ער וועט אויסשטיין א געריכט, אויף קלאגעס פון רויבעריי.