א פילאדעלפיע מאן האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אז א ניו יארקער באר, האט אים נישט געוואלט סערווירן, צוליב וואס ער האט געטראגן א היטל, מיטן אויפשריפט “מעיק אמעריקא גרעיט אגעין” דערמיט צייגנדיג שטיצע, צו דער פרעזידענט, דאנעלד טראמפ.
די ניו יארק פאוסט שילדערט אין זייער באריכט, אז גרעג פיאטעק, און זיינע פריינט זענען געזיצן און געטרונקען אין דעם געטראנקען באר, און געווארן סערווירט, אבער מיטאמאל האט איין קעלנער באמערקט אז ער טראגט א רויטע טראמפ קעפ, און ער האט אים געפרעגט אויב “דאס איז א דזשאוק?” און זיך אנטזאגט אים צו סערווירן.
אין די קלאגע שטייט אז א מענעדזשער האט שפעטער פארבעטן פיאטעק צו פארלאזן דעם באר זאגנדיג אז, ער איז געווארן באפוילן דורכן אייגנטומער פונעם באר, אז “סיי ווער עס שטיצט טראמפ, אדער ער גלייבט אין וואס טראמפ גלייבט, איז נישט וועלקאם”
די באר האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן צו די אסאשיעטעד פרעס.