לאנדאן. – איינקויפער אין א טעסקע געשעפט, (טעסקע איז א קייט פון גראסערי געשעפטן, אין ענגלאנד, און אין נאך לענדער) זענען געווען ערשטוינט צו טרעפן דעם אינטערסאנטן אוטטער באשעפעניש, ארומלויפן צווישן די איילס אין די געשעפט, דערשראקן און אומאריענטירט, זוכנדיג א וועג ארויס.
די באשעפעניש האט צוגעצויגן אסאך איינקויפער, וואס האבן אויפגעהערט צו איינקויפן, און אנשטאט געקומען כאפן א בליק אויף דעם באשעפעניש.
אוטטערס זענען קליינע בעלי חיים אין די מאס פון האזלעך, אדער ראטן, זיי וואוינען אין וואסערן, און מען זעט זיי געווענליך נאר אין טירגארטנס וואס האבן ספעציעלע שטייגן, מיט וואסער, אז מען זאל קענען כאפן א בליק אויף זיי.
די אוטטער איז ווארשיינליך געקומען צו קריכן פון די דערנעבנדע “לעף לענעדזש” ווילעדזש דורכשפרייזנדיג פארנומענע שאסייען. ער איז דורכגעגאנגען די צוויי גלאזערנע אויטאמאטישע טירן, און אנגעהויבן ארומלויפן אין די געשעפט.
איין איינקויפער אין די געשעפט האט דאן גענומען א שטיקל סחורה, און דערמיט געכאפט דעם באשעפעניש, עס צוריקטראגנדיג צו די וואסער פון וואו עס איז ארויסגעקומען, די סחורה איז געווען אינגאנצן צעביסן ווען דער באשעפעניש איז געווארן אריינגעווארפן אין די וואסער, און דער איינקויפער האט געדארפט גיין אייננעמען א נידל צוליב וואס די באשעפעניש האט אים דערלאנגט א ביס אין די פינגער.
דער אוטטער איז געווען גאר שפרונגענדיג, און אריינגעלאפן אין די וואסער שטראם, זייענדיג צופריגן צוריקצוזיין אין זיין וואוין ארט.
א ווארטזאגער פאר די געשעפט האט אדרעסירט דעם אוטטער, פארזיכערנדיג אז עס האט נישט צוגערירט קיין עסן, און מען טוט אפרייניגן איבעראל ווי ער האט שפאצירט…