בערלין. – פאליציי אין בערלין, וואס איז די הויפטשטאט פון דייטשלאנד, האבן געמאלדן אז זיי האבן קאנפיסקירט א קאנאן וואס א מאן האט אהערגעשטעלט צו קענען שיסן קאקענאטס.
די פאליציי ווארטזאגער האט דערציילט אז “א מענטש האט שפאצירט אויפן גאס, אין א אינדוסטריאלע געגנט, אין דייטשלאנד’ס קאפיטאל, ווען פליצלינג האט ער געהערט א זעץ, און א פליעדיגע קאוקאנאט האט געלאנדעט הארט נעבן אים, דאס אויסמיידנדיג מיט א האר.
די קאוקאנאט וואלט געקענט אומברענגען דעם מענטש, לויט די געשאצטע קראפט מיט וואס די מאשין האט ארויסגעשאסן דעם הארטן פרוכט. (קאוקונאטס זענען גאר הארטע פרוכט, און מען דארף א האק דאס צו קענען אויפברעכן און עסן)
דער מענטש האט גערופן די פאליציי, וועלכע האבן אויפגעזוכט דער פלאץ פון וואו מען האט געשאסן דעם פרוכט, און האבן דאס געפונען אין באזיץ פון 23 יעריגער ארטיסט, מיטן נאמען ‘דזשוליען קוריער’ וואס האט דערציילט פאר די פאליציי, אז ער האט דאס געבויעט פאר א ארטיסטישע אויסשטעלונג פראיעקט, וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטארטיקע א וואך שפעטער, און ער האט דאס געוואלט אויספרובירן בעפארן אפשיקן.
די פאליציי האבן דאס קאנפיסקירט, און געעפנט א קלאגע, ווי דער יוגנטליכער וועט דארפן שטיין פאר א ריכטער, צו זען אויב ער האט נישט פארלעצט די דייטשע געזעצן, און צו דאס קען ווערן באטראכט אלס א וואפן.