טראץ וואס פרעזידנט טראמפ באווייזט זיך צו אמפערן מיט פארשידענע לענדער און שפרינגען מיט זיי א ברוגז טאנץ, נישט מורא האבנדיג צו זיין איינער אליינס אויפן פראנט, איז פארט געקומען גרויסע באגריסונגען אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, פאר די היסטארישע טראמפ-קים סאמיט וואס איז פארגעקומען נעכטן אין סינגאפאר, וועלכע האט דערנענטערט די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, און געברענגט צו א דראמאטישע און סוקסעספולע געמיינזאמע רעזאלוציע.
דער סעקרעטאר גענעראל פון די יו. ען. אנטאניא גארטעטש, האט גערופן די אינטערנאציאנאלער געמיינדע, צו גראטולירן און ארויסצייגן שטיצע פאר די אמעריקאנע און צפון געשפרעכן, איבער דעם אז קים יאנג אן זאל טאקע אויפגעבן זיינע נוקלעארע וואפן, ווי ער האט זיך אונטערגענומען אונטערשרייבנדיג דעם רעזאלוציע.
אין א סטעיטמענט זאגט גארטעטש, אז “צו פארווירקליכן די היינטיגע אפמאך, אינאיינעם מיט די באשלוסן פון די זיכערהייט קאנסול, וועט דארפן האבן אסאך געדולד און שטיצע פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע”.
פרעזידענט טראמפ האט נאכן היסטארישן סאמיט גערעדט מיטן קארעא פרעזידענט מאן – וועלכער איז געווען דער ערשטער צו באגריסן דעם סאמיט, ווי שוין באריכטעט אויף אידישער ווינקל – און מאן האט געזאגט פאר טראמפ, אז “עס איז אראפגעשטעלט געווארן א דאנק די גרויסע סוקסעס פון די סאמיט א גרונדשטיין פאר פרידן, נישט בלויז אין די קארעאנער האלב אינזל, נאר איבערן גאנצן וועלט”.
פון מאסקעווע הערט מען אויך גאר פאזיטיווע לויב-ווערטער איבער דעם סאמיט, דער אויסערן מיניסטאר סערגעיי לעבראוו האט געזאגט אז די פאקט אז די צוויי פירער האבן זיך באגעגנט, איז שוין עפעס א פאזיטיווער שריט. שפעטער האט זיין וויצע געזאגט פאר די רוסישע פרעסע אז רוסלאנד באגריסט די געוואלדיגע סאמיט, צולייגנדיג אז “דער שטן איז אויך פארמישט אין די דעטאלן און מיר דארפן דאס גוט ארויסהאבן, אבער לויט אונזער פארשטאנד איז געווען פאזיטיווע פארשריט”.