אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס טראמפ-קים סאמיט

טראמפ וועט באזוכן צפון קארעא

די צפון קארעא אפיציעלע נייעס אגענטור KCNA האט געמאלדן, אז זייער פירער קים יאנג אן האט אקצעפטירט די איינלאדענונג פון דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ צו באזוכן אין וואשינגטאן, און באזונדער האט קים איינגעלאדענט דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דורכאויס דעם סאמיט פאר א באזוך אין צפון קארעא, און טראמפ האט דאס אויך אקצעפטירט.

אזוי אויך האט קים יאנג אן געמאלדן אז די פארשריט אין צונעמען די נוקלעארע וואפן פראגראם פון צפון, איז געוואנדן אין די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, ווי ווייניגער רעטאריק און טשעפעריי, אלס שנעלער וועט מען זען פארשריט.

“קים יאנג אן האט איינגעלאדנט טראמפ פאר א באזוך אין פיאנגיענג ווען די אומשטענדן וועלן ערלויבן, און טראמפ האט איינגעלאדענט קים פאר א באזוך אין די פאראייניגטע שטאטן” שרייבט די באריכט. “די צוויי פירער האבן אנגענומען מיט באגריסונגען די איינלאדענונגען, און זיי זענען איבערצייגט אז עס וועט זיין נאך מעגליכקייטן צו פארשטערקערן די באציאונגען צווישן די לענדער”.

נאך די היסטארישע סאמיט אין סינגאפאר, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז די צוויי זייטן וועלן זיך טרעפן “נאך אסאך מאל”. אין אן אינטערוויו צו פאקס נייעס אגענטור האט טראמפ געזאגט “איך גלייב אז קים וועט אנקומען צו די ווייסע הויז ווען די צייט וועט זיין רייף” און אז ער האלט אז צפון קארעא וועט אנהייבן צו צונעמען זייערע נוקלעארע וואפן גאר אין נאנטן. “קים איז זייער א קלוגער בחור” האט ער זיך אויסגעדרוקט, “שטארק און לאכעדיג”…

באזונדער איז באריכטעט געווארן אין די נייעס אגענטורן אז טראמפ האט אפגעמאכט מיט קים יאנג אן, אז די דענוקלעאריזאציע וועט דיין האנט ביי האנט מיטן אראפנעמען די אמעריקאנע סאנקציעס, עס וועט גיין שטאפלווייז, פאר יעדע טריט פאראויס צו צונעמען די נוקלעארע מעגליכקייטן, וועט אראפגענומען ווערן נאך סאנקציעס, אבער ווילאנג אלעס שטייט וועט מען נישט רירן די סאנקציעס פון פלאץ.

באזונדער האט טראמפ געזאגט אז מען וועט אפשטעלן די מיליטערישע איבונגען מיט דרום קארעא, וואס ער האט אנגערופן “א מיליטערישע שפיל”, וואס דאס וועט שפארן אסאך געלט פארן אמעריקאנעם רעגירונג, ווי שוין באריכטעט נעכטן אויף אידישער ווינקל.

לויט באריכטן האט קים קלארגעשטעלט פאר טראמפ דורכאויס דעם סאמיט, אז אויב וועט די פאראייניגטע שטאטן טון באדייטנפולע שריט צו בויען צוטרוי מיט פון קארעא, וועט זי געענטפערט ווערן מיט נאך וויליגקייטן פון איר זייט, און ער האט געזאגט אז עס איז דא אסאך ארבעט פאר ביידע זייטן צו אויספירן די פארפליכטונגען פון די סאמיט אין די ערשטע געלעגנהייט.

קים האט אויך געזאגט דורכאויס די סאמיט וואו עס זענען אנוועזנד געווען די פילע באאמטע פון ביידע זייטן, אז די ווארימע באציאונגען צווישן די לענדער דארף ווייטער אנהאלטן, און מען דארף זיך אונטערנעמען אז עס זאל נישט פארקומען רייצענישן צווישן זיך, נאר מען זאל ארבעטן מיט לעגיסלאטיווע וועגן, און ער האט גערופן אפצושטעלן די מיליטערישע איבונגען פון ביידע זייטן.

טראמפ האט זיך געלאזט הערן מיט א סעריע פון טוויטס צום אמעריקאנעם פאלק. “ס’איז נישטא קיין גרעניץ צו וואס צפון קען פארדינען ווען זי וועט אויפגעבן אירע נוקלעארע וואפן, און עפענען פינאנציעלע פארבינדונגען מיט די וועלט” שרייבט ער. “דער טשעירמאן קים שטייט פאר א מעגליכקייט צו געדענקט ווערן אלס א פירער וואס האט געפירט זיינע בירגער צו א וואונדערבארע עפאכע, פון בליה און זיכערהייט”.

אין אנדערע טוויט’ס שרייבט דער פרעזידענט “איך וויל מיר באדאנקען פארן טשעירמאן קים וואס האט געמאכט אן אנשטרענגונג צו אריבערברענגען א שיינענדע צוקונפט פאר זיינע בירגער,  די ערשטע באגעגעניש צווישן די די אמעריקאנער פרעזידענט און דער צפון פירער ווייזט אז ס’איז מעגליך א עכטע טויש. די וועלט האט זיך דערווייטערט פון א נוקלעארע קאטאסטראפע, נישטא מער קיין מיסל געשיקעכץ, נוקלעארע פראבעס אדער נוקלעארע פארשונגען! די געפאנגענע זענען צוריק אהיים צו זייערע פאמליעס. א דאנק טשעירמאן קים, אונזער טאג אינאיינעם איז געווען היסטאריש”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.