וואשינגטאן – אין א פרעצעדענטלאזער אנטוויקלונג, האט די טראמפ אדמיניסטראציע נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן אונטערנעמען א לעגאלן קאמף, מיט’ן ציל צו באשיצן רעליגיעזע צענטערן, און ספעציפיש בתי מדרשים, אז גרופעס און מוניציפאלע רעגירונגען זאלן נישט קענען בלאקירן דאס בויען נייע שולן.
די מעלדונג איז געמאכט געווארן דורכ’ן אמעריקאנער אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, וועלכער האט אויפגעטרעטן ביי א פארזאמלונג פון די “או-יו” ארגאניזאציע אין וואשינגטאן די-סי, וואו ער איז באעהרט געווארן מיט א ספעציעלן “צדק צדק תרדוף” פלעק פאר זיינע נאכאנאנדע שריט ארויסצוהעלפן אידן.
אטוירני דזשענעראל סעשאנס האט ארויסגעהויבן ווי ווייט די סארט דיסקרימינאציע אפעקטירט די אידישע געמיינדע, זאגנדיג אז אידן מאכן אויס בלויז צוויי פראצענט פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג, און אזויפיל ווי צוואנציג פראצענט פון לאנד-באנוץ דיסקרימינאציע זענען קעגן אידישע צענטערן און שולן.
אין דער זעלבער צייט האט דער אטוירני דזשענעראל געמאלדן, אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט אריינטראגן א פעדעראלע אנקלאגע קעגן די מוניציפאלע אויטאריטעטן אין מאווא, ניו דזשערסי, איבער דעם וואס זיי האבן דיסקרימינירט קעגן אן ארטאדאקסישן שוהל און עס פרובירט צו בלאקירן פון געבויט ווערן.