דער אנטיסעמיטישער פייערלעשער דזשאסעף קאסאנא איז ווידעראמאל באזייטיגט געווארן פון זיין אמט, ווען מען האט אים געכאפט אז ער האט זיך אריינדערווישט צו איינעם’ס פריוואטער היים אין ניו דזשערסי, וואו ער האט ווארשיינליך געהאט אין פלאן צו לקח’נען עפעס פון דארט, און די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער דעם באשולדיגונג.
דער פייערלעשער דזשאסעף קאסאנא האט שוין געמאכט העדליינס אין יאר 2013 ווען ער האט געשריבן אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס קעגן אידן, א דאנק דעם האט ער זיך אנגעקלאפט אין א כוואליע פון קריטיק און פארדאמונגען, פון וואס ער האט געמוזט רעזיגנירן אין שאנדע, נאכן פארשריגן ווערן אלס אנטיסעמיט.
ערשט נישט לאנג צוריק האט מען אים צוריק אריינגענומען אין פייער דעפארטמענט, ער האט זיך לכתחלה געהאט איינגעגעבן אלס א פייערלעשער אין די בארא פארקער געגנט, אבער עסקנים האבן אנגעדרייט אן איבערקערעניש אז אזא שונא ישראל ווי אים, האט נישט וואס צו קומען דינען אין א געגנט וואס ווירבלט קע”ה מיט שווערע טויזענטער היימישע אידישע פאמיליעס, וואס גיבט אים א שאנס זיך צו צעפירן די הענט און זיך נישט קענען קאנטראלירן פון זיינע אידן-האס אנשאויאונגען.